top of page

Rewards Program

לע"נ הבה"ח משה צבי ע"ה ב"ר שלום נ"י.

קרן משה צבי

5,000 Goal

 5,000 אנגעטראגענע שידוכים ביז נאך ימים טובים תשפ"א

253

ס"ה שידוכים אויסגעפירט

20212

ס"ה שידוכים אנגעטראגן

 וויאזוי אנטיילצונעמען אינעם פראגראם 

  • אנטיילצונעמען אינעם פראגראם, דארפט איר בלויז אויספילן די Form אויבן (אנגעטראגן/אויסגעפירט), אדער דורכ'ן רופן דעם צענטראלן נומער 718-831-2422, אדער שיקן אן אימעיל צו 5k@shadchunim.org.
     

  • נעמט אונטער א גאול: רופט אריין און גיבט אריין אייער פריוואטע 'גאול' וויפיל שידוכים איר צילט אנצוטראגן ביז נאך ימים נוראים תשפ"א. (אפילו איר פלאנט נישט צו נהנה זיין פון די בענעפיטן, און אפילו איר זענט נישט קיין אפיציעלער שדכן, ביטע רופט מיט אייער גאול, כדי צו פארשטארקערן דעם כח הרבים.)
     

  • האלט אן דעם שוואונג: די שדכנים וועלן מעלדן פאר'ן שדכנים ועד וואו זיי האלטן מיט זייער גאול, כדי צו שאפן א שוואונג און רייץ פאר אנדערע שדכנים זיך אונטערצופלייסן.
     

  • ווען מען ארבעט אויף א שידוך וועלן די שדכנים איבערגעבן די נעמען (אינישעלס איז גענוג) פונעם בחור\מיידל, די וואוינארט און יארגאנג פון ביידע צדדים, כדי צו קענען אי"ה אריינגיין אינעם גורל.
     

  • די ערשטע סעט גורלות: וועלן פארקומען אי"ה נאך שבועות הבעל"ט, וואו עס וועלן זיין 5 געווינערס פון $1,000, צווישן אלע וועלכע האבן אנגעטראגן כאטש 10 שידוכים פאר צוויי צדדים, און פאר יעדע 10 שידוכים מער גייט איר נאכאמאל אריין אינעם גורל.
     

  • די צווייטע סעט גורלות: וועלן פארקומען אי"ה נאך די ימים נוראים תשפ"א, וואו עס וועלן זיין עטליכע געווינערס אויף נסיעות צו די מקומות הק', ווי אויך וועלן פארטיילט ווערן ספעציעלע אנערקענונגען און שיינע סומעס פאר די שדכנים וועלכע האבן אנגעטראגן און אויסגעפירט די גרעסטע צאל שידוכים.
     

  • עס ווערט נאך אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די טעג אהערצושטעלן א סאפיסטיקירטע פראגראם, וואס וועט שטארק פארלייכטערן דעם גאנצן פראצעדור פון אריינגעבן נעמען, און וועט אי"ה געמאלדן ווערן בקרוב. 

Contact us at:

718.305.6959

Contact Us:

Thanks for submitting!

© 2025

bottom of page