top of page

Rewards Program

לע"נ הבה"ח משה צבי ע"ה ב"ר שלום נ"י.

קרן משה צבי

10,000 Goal

 10,000 אנגעטראגענע שידוכים ביז י"ב כסלו תשפ"א הבעל"ט

SECOND
ROUND
קרן משה צבי
Results

253

ס"ה שידוכים אויסגעפירט

20212

ס"ה שידוכים אנגעטראגן

פארגאנגענעם חמשה עשר באב האט מען אינטער גענומען א פרישן ציל פון "צעהן טויזענט אנגעטראגענע שידוכים" פון חמשה עשר באב תש"פ העעל"ט ביז י"ב כסלו תשפ"א הבעל"ט, די ערשטע יארטאג פונעם אומפארגעסליכע רציחה אין זשוירסי סיטי, ווען עס איז ליידער אוועקגעריסן דער נפש יקר פון הב' הנחמד משה צבי דייטש הי"ד בן ר' אברהם שלום אהרן נ"י, וואס אויף זיין נאמען האט מען געגרינדעט דעם "קרן משה צבי"

 

 

וויאזוי אנטיילצונעמען אינעם פראגראם

 

אנטיילצונעמען אינעם פראגראם, דארפט איר בלויז אויספילן די Form אויבן (אנגעטראגן/אויסגעפירט), אדער דורכ'ן רופן דעם צענטראלן נומער 718-305-6959, אדער שיקן אן אימעיל צו 5k@shadchunim.org

ווען מען ארבעט אויף א שידוך וועלן די שדכנים איבערגעבן די נעמען (אינישעלס איז גענוג) פונעם בחור\מיידל, די וואוינארט און יארגאנג פון ביידע צדדים, כדי צו קענען אי"ה אריינגיין אינעם גורל.

די גורלות פאר די צווייטע פאזע: וועלן פארקומען אי"ה י"ב כסלו תשפ"א הבעל"ט, וואו עס וועלן זיין עטליכע געווינערס פון טייערע זילבעווארג און קעש גורלות, צווישן אלע וועלכע האבן אנגעטראגן כאטש 10 שידוכים פאר צוויי צדדים, (פאר יעדע 10 שידוכים מער גייט איר נאכאמאל אריין אינעם גורל), ווי אויך פאר די שדכנים וועלכע האבן אויסגעפירט כאטש איין שידוך דורכאויס די אנגעגעבענע צייט.

האלט אן דעם שוואונג: די שדכנים וועלן מעלדן פאר'ן שדכנים ועד וואו זיי האלטן מיט זייער גאול, כדי צו שאפן א שוואונג און רייץ פאר אנדערע שדכנים זיך אונטערצופלייסן. אפילו איר פלאנט נישט צו נהנה זיין פון די בענעפיטן, און אפילו איר זענט נישט קיין אפיציעלער שדכן, ביטע רופט מיט אייער גאול, כדי צו פארשטארקערן דעם כח הרבים.

  • ​געגרינדעט: לע"נ הבחור משה צבי (דייטש) הי"ד בן הרה"ח אברהם שלום אהרן נ"י

  • תכלית: גורלות און מתנות ארויסצוהייבן די כח השדכנות פאר שדכנים פארן עצם ארבעטן "אנצוטראגן" שידוכים (פאר ביידע צדדים) אפילו דער שידוך ווערט נאך נישט לידי מעשה

  • ​אנגעגאנגען: פון די קאנווענשאן ער"ח אדר תש"פ ביז חמשה עשר באב תש"פ העעל"ט

  • ​ארגינאלע גאול: 5000 אנגעטראגענע שידוכים

203

ס"ה שידוכים אויסגעפירט

16571

ס"ה שידוכים אנגעטראגן

אין זעקס חדשים זינט די שדכנים קאנווענשאן האבן די חשובע שדכנים באוויזן אנצוטראגען די אסטראנאמישע ציפער פון

 16,571 שידוכים

(פאר ביידע זייטן), וואס איז דריי-פאכיג מער פון דעם ארגינאלן 5000 ציל, 

פון דעם איז ב"ה אויסגעפירט געווארן

203 שידוכים כ"י 

דורך די כח הרבים פון די 366 חשובע שדכנים ושדכניות וואס האבען אנטייל גענומען אין די קרן משה צבי פראגראם.

סוקסעס פון די קרן משה צבי פראגראם - פאזע 1

KMTResults
bottom of page